מײַ 2007
מראה
מיי 2007 איז געווען דער פינפטער מאנאט פון 2007, און האט אנגעהויבן דינסטיק.
אקטועלע געשעענישן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דינסטאג, דעם 1טן מיי 2007
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- וויליאמסבורג: מעיאר בלומבערג עלאוקירט פופציג מיליאן דאלער פון ניו יארק סיטי בודזשעט צוריק צו עפענען און איבערבויען היסטארישע ריזן סווימינג פול אין שכינותדיגן גרינפוינט געגנט. (ברוקלין איגל)
- וויליאמסבורג: ר' אריה לייב גלאנץ מאכט פאליטישע באנקעט צו שאפן געלט פאר לאקאלן קאנגרעסמאן עד טאונס, טויזנט דאלער פון יעדן באטייליגער אין ראוז קעסטל. מעיאר בלומבערג ערשיינט נישט כאטש אנזאג פון אינוויטאציע, ר' בעריש פרייליך, האלדזט זיך מיטן דיסטריקט אטוירני טשארלס היינס וואס האט אים געוואלט אריינשליידערן אין טורמע פארן סטראשען א מיידל צוריקציען אירע קלאגעס קעגן איר חרדישע טאטע וואס זי באשולדיגט אז ער האט איר געאנסט. (נ.י. דעילי ניוז)
- תשובה אויפן אינטערנעט: פאפולער נייע טרענד: שרייבט אייערע חרטה געפילען אויף ספעציעלע ווידיו וועב סייטס. (מיאמי העראלד)
- פראנקרייך: הונדערטער אידן אין עירפארט קבלת פנים, טויזנטער ספרדים הערן זיך צו צי מעסעזש פון תשובה פון הרב שטיינעמאן אין מארסיי, גערער רבי רעדט געציילטע ווערטער אין אידיש און קען זיך נישט איינהאלטן פון לאכן ווען ספרדים קושן אים די בארד. (הארץ)
- דער בלאט באריכט: ר' מנשה פילאפ געלאזט צוואה פון זיין טאטע אויפהערן שרייבן אין די צייטונג. (חדשות אנש)
- ירושלים באהאנגען מיט צעטליך צו מתפלל זיין פאר ר' ישראל אהרן קלעצקין. - בילד. (כל העולם כולו)
- חרדישער ביליאנער פון ארץ ישראל ר' לוי לעוויעוו קויפט אפ אלטע ניו יארק טיימס געביידע אין טיימס סקווער אין מאנהעטן, פאר 525 מיליאן דאלער. (זשעי. פאסט)
- אגודת ישראל מיט ארויסזאג קעגן עליאט ספיצערס פלאן צו לעגאליזירן געי אישית. (ישיבה וועלט)
- קאבאליסטען אין מיליטער וועלן זיך צאמקומען דעם ל"ג בעומר אין ירושלים. (זשעי. פאוסט)
- מזרחי - רעליגיעזע ציונים פארטיי ערעפענט אירע ראנגן אריינצונעמען מיטגלידער וואס זענען נישט רעלי��יעז. (זשעי פאוסט)
- חרדישע איינוואונער אין גאולה פאראייניגן זיך קעגן חרדישן בירגערמייסטער פארן נישט רעגולירן ביזנעסער אין גאולה. (ען.אר.זשי.)
- גמ"ח צו פארבארגן הארטע אייער אום שבת, פאר די וואס האבן פארגעסן צו קאכן. (בח"ח)
- ישראלישער מאפיאנער פאראורטיילט צו 12 יאר טורמע אין פלי בארגעין וואס וועט אים לאזן דאס דינען אין ארץ ישראל. (הארץ)
- איראן אסרט אינטערנעט צוטריט צו וועב סייט וואס באהאנדלט אכמאדיניזשאדס האלאקאוסט לייקענונג. (אי.זשעי.פרעס)
- אין ליכט פון די וויינאגראד קאמיטע: מדינת ישראל מיניסטאר פון די ארבעטער פארטיי, ערקלערט זיין רעזעגנאציע, זאגנדיג: איך קען נישט מער זיצן אין א ממשלה וואס אהוד אלמערט איז איר הויפט! די רעזיגנאציע דראעט ארויסצושלעפן די גאנצע ארבעטער פארטיי פון די רעגירונג, וואס קען פירן צו פריע וואלן. (YNET)
- מיטגליד אין ירושלימ'ער שטאט ראט, עפנט קאמף אראפצונעמען טעדי קאלעק'ס נאמען פון אלע ציבור'ישע אנטשטאלטן, נאך שוידערליכע אנטדעקונג אז ער איז געווען א מסור, וועלכער האט איבערגעגעבן אידן פון דער קעגנערישער אצ"ל פראקציע פאר דער בריטישע רעגירונג אין פאלעסטינע זיי צו הרג'נען. (ען עף צע NFC)
מיטוואך, דעם 2טן מיי 2007
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- פרומקייט ווערט באדראעט פון אפנקייט, אינטערנעט ווערט געפלאגט פון צענזור.
- פרומע חברי הכנסת טרעפן זיך צונויף מיט צענדליגע פרומע וועב זייטל מנהלים אין שפיץ פון רב, אין ספעציעלע ארץ ישראל רעגירונג וויסנשאפט און טעכענאלאגיע קאמיטעט סעסיע, צו שאפן געזעץ וואס זאל זיך ספראווען מיטן אפנקייט פון אינטערנעץ וואס באדראעט פרומע לעבנסשטייגער. (זשעי.פאוסט)
- מאנסי: וויזשניצער עסקן, ר' שלמה קאניג וועט דיסקאסירן אינטערנעט פראבלעם מיט די איינוואונער, מיט אפענע שאלות ותשובות סעסיע פונעם ציבור אויף זיין ארבעט אלס ווארלד ווייד וועב דעטעקטיוו פון ראקלענד קאונטי שעריפס דעפארטמענט וואס געבט זיך אפ מיט מנובלים און טעראריסטען וואס לאקערן באהאלטן אין אינטימער באהאלטענער מעדיום. (זשורנאל ניוז)
- אינטערנעט דערלאזט נישט קיין צענזור; קאוד וואס היט מען זאל נישט קענען קאפיען די.ווי.די.'ס, ווערט פארשפרייט איבעראל אויפן ווארלד ווייד וועב אן קיין אפהאלט. (חדשות אנש)
- דיג די וועבסייט וואס די ווירטואלע קהילה מאכט אפ וואס זאל זיין הויפט נייעס ווערט געפלאגט פון ראיאטען פון אירע באנוצער וואס רעוואלטירן קעגן די מנהלים מיטן טענה אז זיי פליקן דאס אראפ אויס מורא פון די עדס וואס די קאמפאניס געבן זיי. (גיזמאודאו)
- וואלאזשין'ער ישיבה שטייט אויס נאכאמאל צו פארלוירן ווערן פון אידישע הענט. (זשעי.טי.עי.)
- פארדהעם אוניווערסיטעט אנטראפאלאגיע שטודיע אויף בארא פארק חרדישע מיידלעך און פרויען צייגט אז כאטשיג זיי זענען מער געפענט צו דער גויאישער וועלט ווי די מענער זענען זיי פיל פיל מער פרומער. (פארדהעם)
- ספיקער פון פאליסטינער פארלעמענט דאווענט פארן פארטיליגונג פון אידן. (ישראל היינט)
- פראנקרייך: איד געשטאכן אין פארענט פון כשר רעסטוראנט. (אי.זשעי. פרעס)
- ארטאדאקסישע אידן שתדלן קאנגרעס צו מעגן הנאה האבן פון העד סטארט פראגראמען אפילו אין רעליגיעזע שולעס. (זשעי.טי.עי.)
- ר' אהרן טייטלבוים אויף בליץ באזוך אין לאנדאן זיך צו באדאנקען פאר דעם חרדישען מיליאנער ר' ישעי' וואלף לעוו, פאר הלוואה פון 5 מיליאן דאלער, זיינע רייד ווערן צענזורירט פון חרדישען טעלעפאון האטליין קו הציבור, צוליב דעם וואס ארונים טענהען אז ער האט געגעבן אויך, נישט בלויז געבארגט. - בילדער. (בח"ח)
- בילדער און ווידיאו פון ר' זלמן לייב טייטלבויםס שבת אין בארא פארק. (גוגעל ווידיאוי)
- לאס וועגאס: אידישע מיידל פארכאפט אין קירכע צו שמד אוועק פון איר אידישעע פאמיליע. (לאקאל מידיע)
- הויפט סי.איי.עי דירעקטאר זשארזש טענעט טוט זיך אויף אין נייעם בוך וויאזוי ער האט באקעמפט ביבי נתניהוס דרוק אויף ביל קלינטאן צו באפרייען יונתן פאלאראד. (וויינעט)
- טערקיי: איד ארעסטירט אויף דעם חשד פון גלידער האנדל. (וויינעט)
- טיילאנד: פאליציי געיעג נאך איד וואס קידנעפד עלעפאנט. (וויינעט)
- עלים לתרופה דעקט אויף דעם שקר אונטער ח"י רוטל משקה. (בח"ח)
- מאה שערים אין בילדער ה' אייר. (בח"ח)
- מארסעי פראנקרייך אין בילדער פון באזוך פון הרב שטיינמאן מיט גור'ע רבי. (בח"ח)
- הרב יצחק דוד גראסמאן קומט אונטער קריטיק פארן לערנען תורה מיט גוי'אישע תלמידים. (הצופה)
- חרדישער ביליאנער ר' לוי לעוויעוו לייגט ארויף זיין ריעל עסטעיט ביזנעס אינוועסטמענט קאמפאני אפריקע ישראל אויפן ניו יארק בערזע. (וויינעט)
- באשולדיגונג: די מלחמה פון הרב אביגדור מילער קעגן די 6 מיליאן קדושים ווי ער האט ערקלערט אז היטלער איז געווען דער שליח פון גאט נקמה נעמען אין זיינע זינדיגע קינדער. און אז דעריבער האלט ער אנדערשט ווי ר' יעקב קאמינעצקי און חז"ל אז רוב פון די מיליאנען קרבנות וואס זענען געשחטן געווארן אין אוישוויץ זענען נישט קיין קדושים. ער האט אנגעכאפט אן עלטערן איד א מלחמה איבערלעבער ביים קארג און ארויסגעווארפן פון זיין שול ווען יענער האט זיך געוואגט פראטעסטירן. - און די חרדישע אמריקאנישע וועלט האט געשוויגן דורכאויס 40 יאר וואס ער האט גערעדט זיינע דרשות פאר אלע שיכטן און קרייזן פון זיין שול אין פלעטבוש. (יהושע אייבשיץ\אלגעמיינער)
- וויקעד-פעדיע: רב אין וועסט סייד וועט מעורר זיין אידן איבערן פראבלעם פון פארשפרייטן און לערנען דעת אויפן נייעם אנט-תורה וחז"ל סיסטעם פון וויקיפעדיע. (זשוסקול)
- ל"ג בעומר הדלקה אין מירון ווערט אפגעשטופט צוליב חילול שבת פון די גרויסע זיכערהייט כוחות וואס וועלן אנקומען בעצם יום השבת. (בח"ח)
- צופיל שכל, מער פון פראפאראציע, ביי אזא קליין פאלק ווי אידן וואס זענען קוים 2 צענטליך פון 1 פראצענט פון דער וועלטס באפעלקערונג, נעמען זיי אבער אויף מער ווי 20 פראצענט פון די נאבל פרייז געווינער ליסטע, צווישן זיי אזאלכע וועלט טוישער ווי אלבערט איינשטיין, קארל מארקס, זיגמאנד פראוד און נאך בארימטע כעמיסטען, ביאליגיסטן און סייענטיסטען, די פאקטען ארום די וואונדערליכער אידישער קאפ (זשאיש פרעס)
- נייער מנהג אין ארץ ישראל: פרומע אידישע אלטע מוידן וואס קענען נישט טרפען קיין שידוך שטעלן זיך אויף משפחות אן מענער. (וויינעט)
- קאנסערוועטיווער אידישער סעמינאר אקצעפטירט ערשטער לעסביען סטודענט. (עדזש באסטאן)
- רב אין ארעגאן וועט גיין אויף שטרענגער פוד סטעמפס דיעטע צוזאמן מיט גובערנאטאר. (זשוסקול)
- כשר עסנווארג: נייער כינעזער ענזים פרודאקציע פלענט אויפגעשטעלט ספעציעל פאר כשר אינגרידענטס. (אללאבאוטפוד)
- בארא פארק: קאונסילמאן ר' שמחה פעלדער שלאגט פאר געזעץ צו אסרן פארשפרייטונג פון פלייערס און עדווערטייזמענטס ביי די טירן פון פריוואטע הייזער איבער גאנץ ניו יארק סיטי. (פאקס ניוז)
- די ביטערע מלחמה צווישן די צוויי לינק ליבעראלע אידישע פראפעסארען; עלען דערשאוויץ מיט נארמאן פינקעלשטיין. וואס באשולדיגען זיך איינער דעם אנדערן אלס אַ [פּראָפעסאָר]] פול מיט זעלבסט האַס. (שמואל בערגער\אלגעמיינער)
- רופערט מארדאקס ביד פארן וואל סטריט זשורנאל דערווייל נישט אנגענומען לויטן ניו יארק טיימס צוליב זיין אריינמישונג אין עדיטאריעל און אינהאלט היסטאריע. (נ.י. טיימסס)
- עסקנות אין וואשינגטאן די.סי.: ספעציעלע מנין וואס רופט זיך תיקון ליל שבת, וואקסט פון 30 באטייליגער צו איבער הונדערט. (פארווארד)
- אמעריקע: איבער 700 שולן שליסן זיך אן אינעם מבצע פון אויפנעמען פרייע אידן וואס וועלן קומן אנטייל נעמען אין שבת איבער אמעריקע. (זשעי.טי.עי.)
- בארא פארק פאליצאנט איז געווען א רויבער. (נ.י. פאוסט)
- אידשער משפחה פארלאזט שטילערהייט איראק און זענען עולה קיין ארץ ישראל. (וויינעט)
- אפמאך צווישן הסתדרות הרבנים מיט רבנות הראשית איבער וויאזוי צו אנערקענען גרים היינטיגע צייטן צוזאמענגעפאלן. (ביליף נעט)
- אלע נוסח'אות פון די האלאנדס אידישע מציבות ווערט ארויפגעלייגט אויפן אינטערנעט. (אי.זשעי. פרעס)
- קאנסענסוס צווישן אלע רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאטן: 9 פון 10 זענען קעגן אבארטאציע. (ויקיחדשות)
- סקאנדאל אין איראן נאכדעם וואס אכאמאדיניזשאד געבט קוש פאר זיין אלטער לערערין אין פובליק אויף דער האנט וואס די פרומע ברויזן אז עס איז קעגן צניעות געזעצען פון זייער רעליגיע. (ען.אר.זשי.)
- באלטימאר: לאקאלע אידישע צייטונג וואס האט אויפגעדעקט שוידערליכע סעקסואל אביוז פון פארשטארבענעם מחנך אויף זיינע תלמידים באקומט טעלעפאון רופן פון פרויען וואס זענען אויך באלעסטיגט געווארן אלס אינגע מיידלעך דורך אים. (זשואיש טיימס)
- פרישער פראבלעם מיט חלב סתם: אפילו די דאזיגע וואס האבן זיך פארלאזט ביז היינט אויפן היתר פון ר' משה פיינשטיין זצ"ל צו טרינקען מילך אן קיין הכשר מוזן אנהייבן טרינקען מילך מיט הכשר, ווייל ס'איז דא אן ערנסטע חשש טריפות אויף קי וואס מען אפערירט. (דתילי)
- פייוו טאונס: העסליכע סקול בארד וואלן פון פרייע אידן קעגן פרומע אידן. (ארטאמאם)
- סנהדרין שיקט בריוו צו אלע וועלט פירער פון יעדע מדינה צו ארויפקומען אויף דעם הר הבית און העלפן בויען דעם בית המקדש השלישי. (וויינעט)
- חב"ד און אידישער שפראך: ראש הכולל און דיין פון קראון הייטס הרב העלער אסערט צו אויפהענגן צעטלעך פון חב"ד מוסדות אין ריין ענגליש. (חבד אונליין)
- מעלבארן: ריכטער אין אויסטראליע אידישע פרומע ברודער און פרייע שוועסטער געפעכט געבט רשות צו פארברענען טויטע קערפער פון מוטער, וואס די טאכטער זאגט אז זי איז געווען א אטעאיסט און האט דירעקט באפוילן נישט צו ליגן אין א בית החיים, נאר אז די אש פון איר געביין זאל אריינגעלייגט ווערן אין איר באליבטער וועיז פון איר שטוב און פארשפרייט אין די שיינער גארטן פון איר הויז. (העראלד סאן)
- די בשותפותדיגע רייזע פון די 2 גדולי הדור פון דער חרדישער וועלט ווייזט די שטארקע רוחניותדיגער אויפוואכונג פון תורה אידישקייט ביי די ספרדים אין פראנקרייך, הויפטזעכליך צוליב די לינקע ליבעראלע פאליסיס וואס מאכט די אידן שפירן פרעמד און אין גלות דורך די פארפלייצונג פון אראבישע אנטיסעמיטוזם ארום זיי. (הארץ)
- פראנקרייך: דעם זונטאג קומען פאר וואלן פאר פרעמיער מיניסטער, אידן זענען מער גענויגט צו שטימען פאר ניקאלאס סארקוזי וויבאלד ער איז דער רעכטער און מער שטייפער קאנדידאט. סארקוזי אליין שטאמט פון אידן, זיין באבע איז געווען א אידענע. (בחדרי חרדים)
- חרדישע חברי הכנסת סטראשן אצוקלאגן אין געריכט ראדיא סטאנציע גלי צה"ל פאר פארלוימדונג נאך רעפארט אז זיי האבן אריינגעלייגט אינגעלייט אין ��ייער קאר טראנק זיי אריינצושווערצן פון די זיכערהייט כוחות אין עירפארט פאר די אפאר פון די גודלים רב שטיינעמאן און גור'ע רבי. (בח"ח)
- יתד נאמן: הרב יוסף אפרתי גבאי פון הרב אלישב ברענגט בריוו פארצוליינען ביי מעמד קבלת פנים פאר זיין קאנקורענט הרב שטיינעמאן אין מאנטשעסטער. (בח"ח)
- נתניה: א בית זונות אין שכינות פון חרדישע שולע. (לאקאל פעיפער)
- מירון: חילול שבת קריזיס געשליכטעט מיטן ברענגן אין שבת בלויז גוי'אישער דרוזישע פאליציי. (וויינעט)
- מאדע דעזיינער טאמי הילפינגער גייט ארויף אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע שוי פון אפרע צו לייקענען די אינטערנעט רומערס אז ער איז אן אנטיסעמיט. (פי.אר.אינסייד)
- הונדערטע טויזענטע נעמן צו די גאסן אין פראטעסט פון נייעם רעליגיעזען פרעמיער מיניסטער. (הארץ)
- סאודיע אראביע: רעגירונג רעהאביליטירט קנאים דורך זיין געבן פינאנציעלע גוטסקייטן. (מעמרי)
- שרייבער פון נייעם בוך איבער פרומע אידן אין זייער צוגאנג צו פרייע אידן זאגט אז עס איז א כבוד אנגערופן ווערן אנטיסעמיט ווען מען איז אלייןס א איד. (נ.י. דעילי ניוז)
פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מיי 5
- ניקאלאס סארקאזי וואס איז פון יידישע אפשטאמען ווערט געוועלט אלס פראנצויזישער פרעזידענט (בי.בי.סי.)
- אידישע וויקיפעדיע ארויס פון פרומע הענט: די ווילן פון דער חרדישער קהילה רוב אידיש רעדער אויסגעפירט, סטוארטס מאכן אלע מנהלים אויס און קרוינען דריי דרויסענדיגע פרייע אידן אנצופירן דא די ווערטשאפט נאך וואלן, זיי פארשטייען אידיש, אבער קענען שווער שרייבן אידיש; באנוצער:דעני דער געוועזענער אנפירער פון אלע וויקיפעדיעס, באנוצער:דרורקעי וואס זיינע עלטערן רעדן אידיש אלס ערשטער שפראך און ער איז אזוי אויפגעצויגן געווארן. און באנוצער:הראל וואס רעדט דייטש און עברית דעריבער קען ער פארשטיין אידיש. (וויקיפעדיע רעזולטאטן)
- יו.עס.עי.: פרומער אידישער קהילה ליעזאן צו פרעזידענט בוש, ר' טויב-ה טרוי, דערהויבן צום אמט אין ווייסן הויז אלס געזונטהייט דעפיוטי סעקראטאר פון אמעריקע. (זשעי.טי.עי.)
- נייער קאנסערוועטיווער אידישער פירער רופט נאכצומאכן די לעבנסשטייגער פון די פרומע ארטאדאקסישע אידן וואס וואונען נאנט און פארקוועטשט איינער נעבן צווייטן אין איין געגענט כדי אזוי ארום צו ראטעוון זייער רעליגיעזע אידישע שטרעמונג פון גענצליכער אונטערגאנג. (זשעי.)
- וויליאמסבורג: שבת ביינאכט פראטעסט קעגן 2 פרומע בחורים וואס טוען סעקסואל מפתה זיין און רודפן לאקאלע חרדישע מיידלעך. (כל העולם כולו)
- איראק: קורדיש מיידל פארשטיינערט צוליב ליבע פאר סוני בחור פון אנדער רעליגיע. (דעילי מעיל)
- חיות אקטיוויסטען ווילן אז דער מאנקי זאל ווערן אנערקענט ווי א מענטש. (עי.פי.)
- אראבקעס פראטעסטירן אין וויען פאר די חרדישע מוסדת החינוך מען זאל צוריק אריינעמען ר' משה אריה פרידמאןס קינדער דארטן לערנען. - בילדער. (כל העולם כולו)
- אסיפה אין בארא פארק אויפקלערן די חרדישע פרויען איבערן פראבלעם פון אינטערנעט. (חדשות אנש)
- אינטערנעט ביי חרדים: דורכברוך אין צדקה פאנד פון חרדישען ווירטואלען שמועס גרופע בחדרי חרדים ווען גרויסע קליידונג קאמפאני איז מנדב פאר אירע מעמבערס אויף א באהאלטן דיסקרעטן אופן. (בח"ח)
- ארבייטער אין ארץ ישראל קאנסולאט אין מאנהעטן ווערט אויפגעזאגט פון זיין זשאב נאכער וואס די ניו יארק פאוסט דעקט אויף אז ער איז א געי וואס ארבייט פארט טיים אלס פארן אקטיאר. (עם.עס.ען.)
- פרומע הסדר ישיבה תלמידים ווערן אויסגעשלאסן פון די עליט קעמפערישע איינהייטן פון צה"ל ווי גולני און נאך, נאכדעם וואס הויפט פרומער גענעראל ערלויבט נישט מער סעגרעגאציע. (וויינעט)
- פראנקרייך: רעכטער קאנסערוועטיווער פרעזידענט קאנדידאט ניקאלאס סארקויזי באזיגט מיט 53 פראצענט דעם לינקען ליבעראלן סאציאלען פרוי קאנדידאט וואס האט באקומען 47 פראצענט שטימען. (זשעי. פאוסט)
- סיי ער און סיי זיין ווייב שטאמען פון אידן. (אי.זשעי. פרעס)
- פאליסטינער עפנען פייער אויף יו.ען. שולע אין אינערליכע כוח געראנגל. (זשעי. פאוסט)
- כשרס קאנפארענץ אין ירושלים פון כשרות ארגאנעזאציעס פון איבער די גארער וועלט באהאנדעלט שרימפ און וואדקע. (וויינעט)
- קרית יואל: פרומע חרדישע ווייבל לויער'קע רופט ארויס גוי'אישע מידיע אטענשאן. (רעקארד אונליין)
- ארץ ישראל: רעגירונג שטעלט צו אייניגע געלט שטיצע אין בוזשעט פאר פרייע מיט פרומע שולעס. (וויינעט)
- 4 איזראעלי דאקטוירים און סייענטיסטן ארויסגעהויבן איבער די וועלט מיט פרעסטיזשפולע אנערקענונג פאר זייערע ערפינדונגן און אויפטוען; 1) א מיקראסוירזשן מיט א טעכניק וויאזוי אראפנעמן טומערס פון ביינער בלויז דארטן ווי ספעלט זיך אויס און נישט מער; 2) אן ערפינדער פון א מאשין'קע וואס ארבייט פונקט ווי א נאז צו דערשמעקן און אזוי ארום דיאגנאזירן קענסער; 3) א פארשערקע וואס האט אויסגעטראפן א מעטאד וויאזוי צו באשאפן מוסקל טישו וואס די קערפער זאל נישט אפווארפן; 4) א פארשער וואס האט אנטוויקלט הארץ צעלן מיט א פעיסמעיקער פון סטעם סעלס. (וויינעט)
- ירושלים'ס חרדישער מעיאר, ר' אורי לופליאנסקי, צוזאמן מיט זיין קאנטערפארט דער אידישער מעיאר פון ניו יארק מייקל בלומבערג מארטשירן בראש פון טויזענטע אידן אויף פיפט עוועניו אין מאנהעטן ארויסציווייזן שטיצע פאר ארץ ישראל, נטורי קרתא מיט לינקע ליבעראלע גרופעס פראטעסטירן. (וויינעט)
- טערקיי: פרומער רעליגיעזער פרעמיער מיניסטער קאנדידאט ציעט זיך צוריק פון אמטירונג נאך שטורעמישע פראטעסטן פון פרייע מאסן אין אפאזיציע צו זיין אפגעטיילט שטאט פון רעליגיע. (ניו יארק טיימס)
- קענסעס: מאסיווער טורנעידא דערהארגעט 9 מענטשן. (עי.בי.סי.)
- אטוירני זשענעראל מני מזוז באפעלט יוסטיץ מיניסטער בטל מאכן די 15 חרדישע דיינים וואס האבן נישט געהאט די ריכטיגע קוואליפאקציעס נאר זענען בלויז פאליטיש פארבינדען מיט ש"ס פארטיי חברי הכנסת. (הארץ)
- 40 איזראעלי קאמפאניס האבן זיך געפענט דאס יאר אלייןס אין וויעטנאם. (ערוץ 7)
- מעקסיקא: 18,000 מענטש טוען זיך אויס נאקעט פאר ריזן מאסן קונסט בילד. (סי.ען.ען.)
- ארץ ישראל מוסדות החינוך מאכן נאך מנהג פון זומער קעמפס פון אמעריקאנע אידענטום. (הארץ)
- וויליאמסבורג: חרדישע פארפאלק פאראורטיילט צו קאמיניטי סערוויס און געלט שטראף פארן ארויסשווינדלען יו.עס.עי. געזונטהייט רעגירונגס פראגראם פאר ארימע, מעדיקעיד, דורך ערקלערן פאלטשער סומע פון זייער איינקומפט אז זייער פרנסה געהאלט איז קלענער ווי דער אמת נאכדעם וואס איז אויפגעוויזן אין געריכט אז זיי פירן גאר א פארמעגליכע לוקסוסדיגע לעבנסשטייגער מיט א צווייטער זומער הויז אין קאנטרי אויכט. (ברוקלין איגל)
- עטליכע סיסאפס פון די ענגלישער וויקיפעדיע זענען געווארן אויס מנהלים, נאכדעם וואס זיי האבן זיך באנוצט מיט גאר שוואכע און פרעדיקטיבל פעסווארדס. און דורכדעם גורם געוואן וואנדאליזם אויפן הויפט בלאט וואס איז אויסגעמעקט געווארן צענדליגער מאל דורך אן אפענער פראקסי העקער וואס וואס האט אויך גענוצט די פעסווארדס פון די נישט אחריותדיגע סיסאפן צו בלאקירן אסאך באנוצער. (סינג פאוסט)
- פרייער אידישער חבר הכנסת יוסי ביילין פון מר"ץ פארטיי שלאגט פאר געזעץ וואס זאל ענדיגן ארץ ישראלס נאציאנאלער דרעפט פליכט פון מיליטער דינסט. דאס וועט געבן א מאסיווער אטאמאטישער פטור צו באפרייען אלע חרדישע ישיבה בחורים און כולל אינגעלייט, נישט צו דארפן זיצן אין כולל אדער ישיבה צו לערנען תורה אויב זיי דינען נישט אין צה"ל, אזוי ארום וועלן זיי ענדליך קענען אהיים ברענגן געהעריג פרנסה צו זייערע משפחות. (הארץ)
- ארכעאלאגיע: געטראפן קבר פון קעניג הורדוס פון בעפאר חורבן בית שני. (הארץ)
- מאטארביציקל דרייווער ליגט אפ טויט פון עקסידענט אויפן ראוד אין ארץ ישראל, צענדליגער מאטאריסטן פארן אדורך און קרויזן אים אויס ווי גארנישט וואלט געווען. - ווידיאו (וויינעט)
- כינע אין א נייעם עפאכע: רייכערע איינוואונער האבן מער ווי די געזעצליכע צאל 1 אדער 2 קינדער. (רויטערס)
- פראנקרייך: 600 אינגע לינקע אנארכיסטען אונטער ארעסט נאך ראיאטען וואס האט איבערגעלאזט 700 קארן געשעדיגט. צו פראטעסטירן די נצחון פונעם נייעם רעכטן קאנסערוועטיווער סארקוזי צו פרעזידענטשאפט. (עי.פי.)
- אידישער ביליאנער עדגער בראפמאן רעזיגנירט פון פרעזידענטשאפט פונעם וועלט אידישע קאנגרעס. (זשעי. פאוסט)
- דאלער זינקט צו א 7 יאריגער נידעריגקייט אנטקעגן דעם ארץ ישראל שקל. (פאקס ניוז)
- עם. טי. ווי. געשעפט אין טיימס סקוועיר באנוצט זיך מיט חסידים דאמיס אין זייער שוי פענסטער. (מיי בלופרינט)
- רעפאבליקאנער פריימעריס: רעקארדס צייגן אז אין קעגנווארט פון רודי זשוליאניס ערקלערונג ביים דעבאטע אז ער פערזענליך האסט אבארשען האט ער גאר ביישטייערט געלט פאר וואולטעטיגע ארגענעזאציע וואס געבט זיך אפ דורכפירן בחינם אבארשעןס פאר אינגע מיידלעך. (ניו יארק פאוסט)
- ירושלים: אראבישע פאפולאציע וואקסט צוויי מאל אזוי שנעל ווי די אידישע איינוואונער אין שטאט. (עי.עף.פי.)
- ארטאדאקסישער געבורט ראטע וועט ראטעווען אידישע מערהייט אין ארץ ישראל פון די אראבער וואוקס. (וועלט טריביון)
- באדן ביים אריינגאנג צו ירושלים פון בית היתומים פון הרב דיסקין ווערט פארקויפט פאר לוי לבייב צו בויען הונדערטע דירות. (בח"ח)
- יונתן פאלארד שיקט אפ צדקה טשעק פון תפיסה קיין שיכון סקווירא נאכן ליינען אין המודיע איבער נויטבאדערפטיגע משפחות וואס זענען געבליבן אן א דאך איבערן קאפ פון פייער. (חדשות אנש)
- דעבאטע אפגעהאלטן אין ניו יארק צו איז גאט אגוטער? קריסטאפער היטשענס: ניין. על שארפטאן: יא. (ניו יארק טיימס)
- די פרעסטיזשפולער צייטונג וואל סטריט זשורנאל ווידמעט פראנט פעיזש צו באהאנדעלן וויאזוי דער חרדישער איטאליענער געבוירןער חב"ד שליח, ר' בערל לאזאר, האט זיך דערהויבן צו ווערן הויפט רב און פירער פון רוסלאנדס אידישע געמיינדע, על אף וואס ער האט נישט געקענט דעם שפראך און קוים געהאט א רוסישען פאספארט, אלעס א דאנק דעם חרדישען ביליאנער ר' לוי לבייב און לאזארס נאכאנאנדיגע חנופה צום קרעמלין אונטער וולאדימער פוטין ערקלערנדיג עס איז נישטא קיין אנטיסעמיטוזם אין רוסלאנד. (וואל סטריט זשורנאל)
- וואשינגטאן די.סי. חב"ד שלוחים באזוכן ווייסן הויז און קאנגרעס. - בילדער. (קרוין הייטס אינפא)
- מוזיעם באשאפן פאר דייטשען וואס האבן באהאלטן אידן בעתן האלאקאוסט. (עי.פי.)
- פרומער אידישער מידיע מאגנאט בעל הבית פון מקור ראשון און נאך צייטונגען אין ארץ ישראל וועט אנהייבן ארויסגעבן ביזנעס וויק מאגאזין אויף עברית שפראך. (פי.אר.ניוזווייער)
- וויצע פרעזידענט דיק טשעיני אין סורפרייז וויזיט אין באגדאד צו מאכן שלום צווישן די קעגןארטיגע פראקציעס וואס פירן די רעגירונג אין איראק. (עי.פי.)
- סייענטיסטן טרעפן און אידענטיפיצירן די זשיןס פון די מענטשען וואס זענען פאראנטווארליך אויף דעפרעסיע גייסטישע קרענק וואס הייסט בייפאולער. (טעלעגראף)
- 6 ארעסטירט אין ניו זשערסי אינמיטן פלאנען טעראר אטאקע אויף מיליטערישע באזע. (ניו יארק טיימס)
- מער און מער רבנים געבן היתר ארויפצוגיין אויפן הר הבית. (הארץ)
- א מאנגל אין אייער פאר קינדער אינגע פארפעלקער ווענן זיך קיין ארץ ישראל. (ניו יארק מאגאזין)
- ישראל כנסת מיטגליד יחימוביץ פון די פרייע עבודה פארטיי, ווארנט הרב לאו נישט צו לויפן פאר דאס נשיאות פון ארץ ישראל, סטראשעט אז עס וועט אויפגעדעקט ווערן קעגן אים נישט איינגענעמע פאקטן פון זיין אומאיידלער אויפירונג אין פריוואטען לעבן.(מעריב)
פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מײ 10
- וויליאמסבורג: דער חרדישער פאטא קאמפאני בי. ענד עיטש וועט אויפבויען גיגאנטישען געביידע פאר א ווערהאוז אינעם ברוקלין נעיווי יארד פאר די ווערד פון פופציג מיליאן דאלער. (קאמערציאל נייעס)
- בני ברק: באקאנטער חרדישער ביזנעסמאן געטארפן שולדיג דורך ר' שמואל וואזנער און אין פרייען געריכט פארן אביוזן ווייב און פירן סעקס מיט זיין ארבייטער. (בח"ח)
- חרדים און אינטערנעט: רבנים אין בארא פארק פירן אסיפה קעגן אינטערנעט, ר' משה גרין ערקלערט: עסקנים זאגן מיר אז דער קאמף איז פארלוירן, אבער מיר דארפן ווייטער קעמפן. נייע קאמיטעט פון 3 רבנים; ר' משה מנחם ווייס; ר' מיכל שטיינמענץ און קאסעווער רבי, אויפגעשטעלט צו זעהן וואס מ'זאל טאן ווייטער. (אידישע וועלט)
- מצוה הבאה בעבירה: טרא�� איסור פון חרדישע רבנים קעגן אינטערנעט, איז די באקאנטע היסטארישע וואלאזשאן ישיבה אפגעהאלטן פון פארלוירן ווערן צו די גוים דורך ישיבהדיגע חרדישע וועב סייט. (ישיבה וועלט)
- פעדס אינוועסטיגירן ליבעראלן פילם פראדוציררער מייקל מאור פארן טראגן קראנקע רעטונגס ארבייטער פון גראונד זעראו קיין קובא צו ווייזן פאר אמעריקע אז זייער סאציאלער העלט קעיר סיסטעם איז בעסער ווי אמעריקעס. (ניו יארק פאוסט)
- אמעריקאנער דאקטער וואס איז ארעסטירט צוליב זייענדיגע א מיטגליד אין דעם טעראר גרופע אל קעידא, טענה'ט אז זיין שווערן געטרייהייט צום טעראר צעל איז חלילה נישט געווען צו הארגענען אנדערע, נאר בלויז צו קענען נאך פרויען ווייל זיין איצטיגער אמעריקאנע ווייב וויל נישט געבוירן מער ווי 4 קינדער. (ניו יארק פאוסט)
- בראזיל: ערשטער כשר מעקדאונעלד אין חוץ לארץ. (זשעי.טי.עי.)
- כאמאס נעמט אראפ מיקי מאוז פון טעלעוויזשן וואס העצט צו טויטן אידן. (עי.פי.)
- אמעריקאנע אידן דעבאטירן אויב צו לאזן פלאטירן מדינת ישראל פאן איבער די שולען. (זשעי.טי.עי.)
- חוזרי בשאלה פון ליובאוויטשער לאגער טרעפן זיך די ווארעמער פלאץ אין חרדישען געגענט קרוין הייטס. (זשאואיש וויק)
- קעי.על.עם באשולדיגט אין העלפן נאציס. (בי.בי.סי.)
- בארא פארק: עסקנים פועלן אויס רעגירונג פראגראם פאר סיידוואק און גאדער איבערבוי. - בילדער (ברוקלין סטאר)
- וויליאמסבורג: סי.זשעי.סי אינטערווינירט צו העלפן ביי ארעסט איבער שטאטישע פארגראמן. (דער בלאט)
מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 12
- וויליאמסבורג: סקאלפטשער ארטיסט ברויזט אויף די פעןס פון פאריס הילטאן איבער די גארער וועלט מיט זיין מאנומענט וואס מאלט אראפ איר סכנהדיגער לעבן וואס וועט פירן צו איר טראגישען טויט. - ווידיאו (ניו יארק פאוסט) - (עי.פי. ווידאו אינטערוויאו)
- נגינה: 2 נייע נגונים פון דעם פאפולערן פרומען אידישען זינגער ר' אהרן רזיאל. אוידאו (וויינעט)
- די עברית'שער וויקיפדיע קומט אונטער נעגעטיווע קריטיק פון 7 גרויסע ארץ ישראלדיגע פראפעסארן, וואס לויט זיי קומט אויס אז עס איז זייער ארים און אונטערשטעלוג כלפי די ענגלישע וויקיפעדיע; זיי צונעמען אלס משל 7 ארטיקלן; 1. חיים נחמן ביאליק; 2. משה רבינו; 3. צווייטער וועלט מלחמה; 4. מייקל גורדן; 5. נינט טייב; 6. ניעל ארמסטראנג; 7. און קוואנטום מעכעניקס וואס אין אלע פעלט די פאנדעמענטאלע דעטאלען פון אירע דעפעניציעס. (ען.אר.זשי.) אנטווארט פונם הויפט מנהל און ביוראקראט ר' דוד שי: איך באגריס די ערשטער נארמאלער קריטיק אויפן פרייען און אפענעם אנציקלאפעדיע פראיעקט פון די איזראעלי מידיע, וואס האבן ביז היינט דאס בשום אופן געוואלט אנערקענען אלס עקזעסטירענד, אבער דער ארטיקל פון מעריב ווייזט אויף די עם הארצות פון צייטונג אין אירע פראפעסארן אז אויב וועל איך מגולגל ווערן אין א פיש האב איך איין ביטע צו גאט; אז דער געשעפטס מאן זאל מיך נישט איינוויקעלען אין זייער צייטונג פאפיר ביים פארקויפן[1]. באנוצער'קע יחסיות האמת צייגט אן: דוקא אט די פעילערהאפטיגע ארטיקלן קען מען ניטאמאל טרעפן באשריבן אין קיין עברית'שער ענציקלאפעדיע, דאס ווייזט דאך אז די וויקיפעדיע איז באמת יא די רייכסטער ענציקלאפעדיע אויפן איזראעלי סטאנדארט. (מזנון)
- פעשאן דעזיינער דאונע קערן באזוכט אין ארץ ישראל. (וויינעט)
- ירושלים וועט מעגליך ווערן איינגענומען דורך כאמאס ערקלערט מעיאר ר' אורי לופליאנסקי. (וויינעט)
- אייראפע און יו.עס. אמבאסאדארען וועלן בויקאטירן ירושלים טאג פייערונג. (וויינעט)
- טעלעוויזשען שוי צווינגט חסידישען וויליאמסבורג ריעל עסטעיט אנטוויקלער צו פארהאנדען מיט גויאישע טענעטס פון דירות וואס ער האט לכתחילה געוואלט בויען פאר א מוסד און איז נישט לעגאל פאר גוי'אישע רעזידענטס צו וואונען דארטן. ווידיאו. (ניוז 9 טעלעוויזשען)
- אמעריקען אפערעל קליידונג געשעפט טשעין סטאר ערזעצט ריזן עד אין די לאוער איסט סייד פון אומצניעותדיגע מאדעל צו בילד פון וואודי אלען אלס אדמו"ר מיטן אויפשריפט אין יידיש: דער הייליקער רבי.... - בילד (פארווארד)
- חרדישער איד געכאפט ביים גרעניץ אין בן גוריון עירפאר מיט א פערטל מיליאן יורא באהאלטן אין זיין טלית ותפילין זעקל. (ידיעות אחרונות)
- קו הציבור: בראדער רב פון וויליאמסבורג באזוכט ביי הרב שטיינעמאן אין בני ברק. (כל העולם כולו)
- ירושלים: אידישע פרייע סטודענטען שלאגן זיך מיט פאליציי ביי זייערס א מוחאה, צענדליגע אונטער ארעסט. (וויינעט)
- קרית יואל: באיאנער רבי באזוכט אין בית השחיטה מיטן באגלייטונג פון ר' אהרן טייטלבוים דער רב און ראש הקהל ר' מאיר הירש. - בילד. (בח"ח)
- ברוך דיין האמת: פיר אידן טויט נאכן דערטראנקן ווערן אין ים המלח. (וויינעט)
- ברוך דיין האמת: טאהשער רביס טאכטער געשטארבן, קוים א חודש נאך איר גט פון ליזענסקער רבי פון מאנסי. (בח"ח)
- ר' זלמן מלאטעק, דער פרומער פארזיצער פון יידישן טעאטער, פאלקס בינע, מעלדט אז דער נאכפראגע צו זעהן אלטע אידישיסטישע פילם'ען געדאפלט דאס יאר ביי אמעריקאנע פרייע אידן. (נארט זשערסי)
- 60 יאריגער זון טרעפט ענדליך אפיר די נאמען פון זיין ביאלאגישער מאמע פון 80 יאר וואס ער האט קיינמאל נישט געזען זינט זיין געבורט ביים חורבן אייראפע, אבער זי וויל אים נישט זען. (דאבעליו. עיטש. אי. סי.)
- קאנאדע: בחורל אנגעשלאגן געכאפט אויף ווידעא. (סי.טי.ווי.)
- רוסלאנד: אידישער בחור דערשטאכן אויף טויט. (הארץ)
- דער רייכסטער איד אויף די וועלטס ווייב ווערט אנערקענט און אויסגעלויבט פארן העלפן אדיקשאן צו דראגס בשעת איר מאן שעלדאן עדלסאהן מאכט זיינע ביליאנען פון בויען די עדיקשען פון געמבלינג איבער די וועלט. (זשעי. פאוסט)
- בראזיל דער פויבסט באזוכט און פארדאמט קאפיטעליזם און קאמוזיזם וואס פאדארבט די מאסן אין לאטיין אמעריקע. (עי.פי.)
- לוי לעוויעוו קויפט אפ לעגענדארן פען עם בילדינג אין מאנהעטן (ניו יארק פאוסט)
- לאנדאן שול פארבאט איינטרוט צו דאווענען פאר מנובלים. (אי.זשעי. פרעס)
- אוי.יו. ווידמעט סייט פאר אינגווארג זאלן בלייבן שומר נגיעה. (ערוץ 7)
- ר' יהודה לעווין טרעט אויף ביי גויאישע פארזאמעלונגען אין רוים און אין ווארשע זאגט אז ער פארטערט א טויזנט רבנים וואס זענען קעגן אבארטאציע. (די אינדיען קאטאליק)
דינסטאג, 15 מיי 2007
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אידישע גרופע פארדאמט באראק אובאמא פארן אפהאלטן א פאנדרעיזונג אווענט ביי א שווארצען באל שפילערס הויז וואס האט געזאגט אנטעסעמיטישער סטעיטמענט אז אידן זאלן האבן געהארגעט יאשקע. (נ.י. פאוסט)
- מפד"ל חבר הכנסת זבולן אורלב וויל פארלענגערן דעם ארץ ישראל'דיגן נאציאנאלן פרייהייט פון ארבעט טאג אויך אויף זונטאג, כדי אז פרומע אידן וואס פארן נישט אין שבת מיט א קאר זאלן האבן א טאג אין דער וואך ווי זיי וועלן פארן מיט זייערע משפחות שפאצירן. (ערוץ 7)
- בארא פארק: מנובל ארעסטירט פארן קידנעפן מיידל. (1010 וינס ניוז)
- ארץ ישראל טוריזם דעפארטמענט קלאגט אן ישראעיר פאר געלט שטראף און פאריגטוגונג פארן אריינקוועטשן אירע פאסאזשירן ווי סארדין'ען אויפן עראפלאן מיט עקסטער 25 זיצן מער ווי אלע אנדערע לופטליניעס. (ערוץ 7)
- בית שמש: חרדים אין געריכט ווערן באשטראפט מיט 4 טאג טורמע פארן ערקלערן אז זיי גלייבן בלויז אין די געזעצן פון דער תורה און נישט וועלנדיג זיך אויפשטעלן צו געבן כבוד פארן פרייען געריכט. (זשעי. פאוסט)
- לעיקוואד: פאליציי אפיציר טויט פון עסידענט נאכדעם וואס זיין קאר שטויסט זיך אן אין א בוים אויסקרויזענדיג א הערש. (סטאר לעדזשער)
- יסוד שביסוד: הונדערטער גייען ארויף אויף קבר פון יוסף הצדיק אין שכם. - בילדער. (בח"ח)
- סאטמארער רבי ר' אהרן טייטלבוים באזוכט אין מאנסי אין שעכט הויז פון ר' פנחס קליין צוזמאן מיט הגאון ר' משולם פאלעטשעק און ביי וויזניץ מאנסי רבי, ר' מאטעלע האגער. - בילדער. (בח"ח)
- יתד נאמן: מזרחי רבנים וואס זענען מתיר ארויפגיין אויפן הר הבית דינען עבודה זרה און זענען ווי רעפארמער. (הארץ)
ארץ ישראל
- מצב אין ארץ ישראל פארערגערט. 4 טויט אין צה"ל אטאקע קעגן חאמאס אלס נקמה צו די לעצטיגע ראקעטן שיסעריי. (וויינעט)
- ענווייערמענטעליסטן בויען אויף א תיבה צו ווייזן און ווארענען די וועלט איבערן גלאבאלע אנווארעמונג פראבלעם וואס דראעט חרוב מאכן די וועלט. (טורקס.יו.עס.) - בלויז נאך 5 יאר פארבליבן ביז די וועלט גייט אונטער לויט געוויסע סייענטיסטען. (סקיי ניוז)
- פייערדיגער ציוניסט און גלח וואס איז געווען דער גרעסטער קעמפער אריינצושטעלן די אידישע און קריסטליכע רעליגיע אין וואלן אויף פאליטיק און אזוי ארום באיינפלוסן די רעגירונג פיראכץ ארויפציצווינגן גאטס ווילן אויפן אמעריקאנעם פאלק, זשערי פארוועל, טויט אין עלטער פון 73 יאר. (די זשואיש פרעס)
- ברוקלין: נאציאנאלע וואולטעטיגע ארגענעזאציעס איבערזוכט רעפארט קריטיקירט נעגעטיוו, יד לאחים און זכרון שלמה רפואה פאנד צווישן אנדערע, וואס נעמען פאר זיך רוב פון אייערע צדקה געלטער; קוים א דריטל גייט פארן צוועק דירעקט די איבעריגע רוב גייט אין פריוואטע טאש פון די אנפירער. (פארט גרין קוריער)
- ארץ ישראל געזעץ מיניסטער ערקלערט: 83 פראצענט פון די דיינים אין בית דין זענען חרדים קעגן בלויז 17 פראצענט וואס זענען מזרחי. (דתילי)
- קאסאם ראקעטען פון עזה זעצן פאר אראפצורעגענען און לענדען אויף הייזער אין שדרות, צענדליגע פארוואונדעט. (זשעי. פאוסט)
- פאליטיק: רעפאבליקאנער פרעזידענט פראנט ראנער רודי זשוליאני האט א ווייב וואס ווערט באשולדיגט דורך איר ערשטע מאן צו זיין אן אנטי-סעמטיטקע. (זשעי.טי.עי.)
- דער בלאט דרוקט אפ חוזק בריוו אז די מיידלעך אין סקול לערנען צופיל היסטאריע פון די גוים און מען ברויך מער לערנען איבער פוד סטעמפס און מעדיקעיד מיט סעקשאן 8. (צירק געצעלט)
- הרב דוב ליאור הויפט רב פון חברון 'ענט: מען טאר נישט מקבל זיין די גרים פון דארפור. (ערוץ 7)
- איד עולה פון פראנקרייך זאגט פאר די פאליציי אויפן גאס אין תל אביב: קומט מיט מיר איך האב דערמארדעט אן אראבער פון ירושלים. (הארץ)
- ר' אורי לופליאנסקי אנערקענט אראבישע משפחה וואס זייער מאן\טאטע איז דערמארדערד געווארן דורכן איד אלס קרבנות פון טעראר. (זשעי. פאוסט)
- דער אידישער איזראעלי מולטי-ביליאנער יצחק תשובה פלאנט 5 ביליאן דאלערדיגע רעזארט פלאץ אין לאס וועגאס. (וואל סטריט זשורנאל)
- פייוו טאונס: אידישע רעליגיעזע איינוואונער וואס שיקן די קינדער אין פריוואטע מוסדות החינוך געווינען מיט א שטארקע אויבערהאנט די וואלן פאר פובליק סקול וועד איבער און קעגן די פרייע אידן וואס שיקן יא די קינדער אין פובליק שולעס. (ניוזדעי)
- כאמאס דערהארגעט 5 פין אירע אייגענע קעמפער אין אבמוש אויף קעגנדער פאטאח גרופע. (זשעי. פאוסט)
- דייטשער פרעמיער מיניסטערקע מעלדט: נייער איבערגעשריבענער אייראפישער פאראיין'ס קאנסטעטוציע וועט ארויסלאזן און נישט דערמאנען גאטס נאמען. (זשעי.טי.עי.)
- געוועזענער אשכנזי רב הראשי, ר' אברהם שפירא, פארדאמט מזרחי רבנים וואס זענען מתיר און זענען אליין ארויף צום הר הבית אין דרשה אפצופייערען דעם נצחון פונעם מלחמת השחרור, בשעת די רבנים המתירים זיצן נעבן אים. (וויינעט)
- צה"ל נוצט עליט איינהייט סאלדאטן אלס גיני פיגס צו אויסטעסטען אויף זיי נייע אנטראקס וואקצין. (וויינעט)
- שין.בית. דעקט אויף און פארמיידט פלאן צו הינריכטן אהוד אולמערט דורך הומענאטארישער מיטגליד אין ארגענעזאציע דאקטערס אן קיין גרעניצען. (זשעי. פאסט)
- פארנאגראפיע ביזנעס אויפן אינטערנעט איז גרויס: דאמעין נאמען פון סעקס דאט קאם פארקויפט זיך פאר 11 מיליאן דאלער, איר בעל הבית האט דאס געקויפט פאר בלויז עטליכע צענדליגע טויזענט דאלער מיט צעהן יאר צוריק. (נענע)
- פראנקרייך: נייער פרעזידענט ניקאלאס סארקאזי, שטעלט אידישען אמבאסאדאר צו וואשינגטאן אלס זיין סאמע העכסטע געהילף אויף דיפלאמאטיע. (זשעי.טי.עי.)
- מאסן מערדער ארעסטירט אין פתח תקוה. (זשעי. פאסט)
- קאנטיקוט: סאנעטאר דזשאוסעף ליבערמאן באדאנקט זיך פאר די אידישע רעפובליקאנער גרופע וואס האט אים געהאלפן צו ערוויילט ווערן צוריק קיין וואשינגטאן נאכדעם וואס ער האט פארלוירן ביי די דעמאקראטן; ער ווארענט דערביי די דעמאקראטן אז זייער פראבעס צו איבערלאזן איראק אין איצטיגען צושטאנד וועט זיי ביטער טייער קאסטן. (זשעי.טי.עי.)
- ניו יארק טיימס: ארטאדאקסישע אידן קומען זיך באזעצן אין נייעם אידישען ישוב וואטערבארי קאנטיקוט ווייט אוועק פון זייער רוישונגען געבורט היים פלעטבוש ברוקלין, צופרידן זיך אנצוטרעפן מיט א גן עדן און פרידן וואס ווערט פארלאזט דורך די גויאישע איינוואונער, צוליב איר 2 שעהדיגע ווייטקייט פון די צוויי נאנטסטע ביזנעס צענטער שטעט מאנהעטען אין ��אסטאן. (נ.י. טיימס)
- סאטמאר - ארונים עפענען אויף א יאטקע אויף עוועניו זשעי. אין פלעטבוש. (זשאואיש פרעס)
- טערקיי: הויז פון שבתי צבי אין סכנה פון חרוב ווערן. (פארווארד)
- מאנסי: ראקאלענד קאונטי לעגיסטלאטור באשטעטיגט נייעם געזעץ וואס מאכט אומלעגאל צו רייכערען א ציגערעטל אין קאר ווען א קינד געפינט זיך דארטן. (זשורנאל ניוז)
- פאול וואלפאוויטש רעזעגענירט ענדליך פון וועלט באנק נאכדעם וואס קאמיטעט טוט אים ריין-וואשן אז כאטשיג ער האט געבראכן די עטיק פון נישט שתדלן פאר אן אייגענער מיידל פריינט פאר א געלט רעיז, דאך האט ער עס געטאן אין גוטן כוונה און נישט אין בייזן ווילן. (עם.עס.ען.בי.סי.)
- ארץ ישראל: געזונטהייט מינעסטעריום ערלויבט הארץ סוירזשען צוריקצוגיין אין שפיטאל אויפשניידען פאציענטען אן איינמעלדן זיי אז ער איז אנגעשטעקט מיט עידס. (וויינעט)
- קאסאם ראקעטען רעיגן שטעלט זיך נישט אפ אין שדרות, שולע און בית הכנסת ווערט באטראפן. (ארץ ישראל מידיע מעלדונג)
- ליל שישי אין בני ברק: געשלעגן צווישן ליטוואקעס און חב"דסקע. (בח"ח)
- אידישיסטן פון ארץ ישראל רעדן זיך אפ אז עס איז נישט פארהאן קיין מאדערן'ער עברית - אידיש ווערטער בוך. (אידיש תפוז)
- בונט צווישן ליטוואקעס בראש ר' מלכיאל קאטלער מיט סאטמאר בראש פון ר' אהרן טייטלבוים וואקסט ווען ר' מלכיאל עסט בלויז קרית יואל שחיטה, און ר' אהרן ווערט געלאדענט צו רעדן דברי תורה ביי יארצייט סעודה פון ר' שניאור קאטלער ז"ל. (יודל שיין)
- חידוש אין אמעריקע: האטעל מאכט איין שטאק בלויז פאר פרויען. (עי.פי.)
- ישרא עיר לופטליניע וועט געבן היימישע שחיטה פון ר' בנימן גרובערס הכשר, פאר ביזנעס קלאס פאסאזשירן. (זשאואיש פרעס)
- וויאליאמסבורג: קאנגרעסלייט, סענאטארן, פאליטיקער, לויער, ביזנעסלייט, אלעס קומט זיך צוזאמן זינגן און לויבן די אויפטוען פון ר' משה דוד נידערמאן פאר וויליאמסבורג אידענטום. (זשאואיש פרעס)
- ש"ס פארטיי קריטיקירט זייער אייגן חבר הכנסת פאר פסקענען הלכה במקום ר' עבודיה יוסף אז א פרוי מען טאר נישט וויילן פאר א פרוי פרעזידענט'קע פון ארץ ישראל. (זשעי. פאוסט)
- ירושלים: חוץ לארץ'דיגע קויפן אפ האלב פון די דירות וואס איז אויף די מארקעט אין צענטער פון שטאט. (גלאובס)
- איזראעליס אינוועסטירן איבער 6 ביליאן דאלער אין חוץ לארץ. (גלאובס)
- בית דין אנולירט גיור פון פופצען יאר צוריק, פסקענדיג אז די גאנצע משפחה געבוירן פון די גיורת פרוי זענען פאלנע גוים פונקט ווי איר. (זשעי. פאוסט)
- ביל קלינטאן מיט ראש לימבאו אין איין רעסטוראנט. (כל העולם כולו)
מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 19
זונטאג 20סטן מיי 2007
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ווארד קאנינגהעם דער גרינדער און ערפינדער פון וויקי, אויף וואס וויקיפעדיע איז געבויעט, פארלאזט מייקראסאפט און גייט צוריק אריין אין א זשאב צו בויען פרייע און אפענע קאמפיוטער פראגראם ווייכווארג. (די ארעגאניען)
- עקספלאורער אין טיפן אפגרונט פון ים טרעפן ריזן אוצר אין איינגעזונקן שיף פון אנטיק מטבעות אין ווערד פון 500 מיליאן דאלער. (סי.ען.ען.)
- באגדאד: באמבעס רייסן אויף אין די גרין זאון בעתן באזוך פון טאני בלעיר. (עי.פי.)
- איראק: 2 עי.בי.סי. ניוז זשורנאליסטען טויט פון טעראר אטאקע. (עי.פי.)
- האנג קאנג: טויזנטער ווענדונגען צו דער רעגירונג אז מען זאל אסערן צו לערנען תנ"ך אין די שולעס פאר מינדעריעריעג סטונדענטן צוליב די פילע רעיפ און גילו עריות דערציילונגען וואס די תורה איז פיל מיט סעקס און רציחה. (רויטערס)
- באקא ראטוין, פלארידע: פרומער אידישער קאוטש, טוט ערפינדען נייע פאטענט קאפל וואס מען זאל קענען אנטאן אויפן קאפ בשעתן שפילן ספארטס אן קיין פיןס, און עס זאל זיך האלטן פעסט און נישט ארפאפאלן. (פאלם ביעטש פאוסט)
- פלארידע: אמעריקעס ערשטער אידישער היברו-ענגליש טשארטער שולע דערעפענט דורך געוועזענער קאנגרעסמאן. (פלארידע זשואיש ניוז)
- גור: מיליאנערן וואס שטיצן די מוסדות פארן זיך צונויף אין רעזארט האטעל אין איטאליע ארויפצוטרייבן שטיצע צווישן זיי. (בח"ח)
- נייע מערכה דערעפענט אין גור קעגן קאמפיוטער ובפרט די וואס זענען פארבינדען צום אינטערנעט. יעדע שטיבל וועט האבן 2 שליחים פון רבין וועלן ארומגיין באזוכן די הייזער פון חסידים וואס זענען מתפללים אין זייער שטיבל, זיי מסביר זיין און מעורר] זיין מיט שיינעם איבערן סכנה און פראבלעם וואס דאס שטעלט פאר לויט זייער אידישקייט. (הארץ)
- אלי וויזל שילדערט אין נייעם בוך איבער זיין באגעגעניש מיט חב"דסקער רבי ווי זיי האבן ביידע געטרונקען עטליכע גלעזלעך וואדקע פאר לחיים און וויזל האט זיך געהאלטן פעסט צו פארבלייבן א וויזשניער חסיד. (בח"ח)
- יו.עס. געריכט פסקענט אז עליזעבעט טעילער קען האלטן נאצי גערויבטע מאלעריי פון וואן גאו וואס האט געהערט צו אידן בעפארן האלאקאוסט. (וויינעט)
- בארא פארק: אידישער פארפאלק האט איבער א מיליאן דאלער אין א באנק אקאונט, און נעמען מעדיקעיד אנגעקלאגט אין געריכט. (ברוקלין איגל)
- באקאנטער אי-מעיל ספעם פון ניאגרע נעמט אן נייעם פארם צו באשווינדעלן דעם אידישען קהילה אין מעקסיקא. (אלע אמעריקאנע פאטריאטן)
- אידישע טעלעוויזשען שוי עפענט זיך אויפן אינטערנעט (ביזנעס ווייער)
- יתד נאמן: מעלדונג פאר אירע ליטווישע ליינער איבערן גרינדונג פון א נייעם בית דין וואס וועט זיך אפגעבן צו מברר זיין וואספארא פרויען קליידונג זענען אויסגעהאלטן פון הלכות צניעות און וואס נישט. (ען.אר.זשי.)
- נגינה: נייער סי.די. דודו פישער רעפד אין יידיש. - ווידיאו. (וויינעט)
- לבנון: צענדליגע טויט אין שלאכט צווישן מיליטער אין אל קעידא. (סי.ען.ען.)
- 9 טויט אין צה"ל אנגרייף אויף פאליסטינע כוחות, באמבעדירט הויז פון הויפט כאמאס אלס נקמה פאר די קאסאם ראקעטען וואס ווערן געשאסן אויף שדרות. (וויינעט)
- ארץ ישראל: חרדים עסן מער אייז קריעם, ווי דער אלגעמיינער פרייער איד, אבער בלויז אין דער היים נישט אויפן גאס. (בח"ח)
- ש"ס פארטיי טראגט אריין געזעץ אין כנסת וואס זאל אסרן פרייען און אפענער אינטערנעט צוטריט צו פארנאגראפיע און געמבלינג סייטס, רופט אויפשטלן א צענזור קאמיטעט אויפן אינטערנעט. (וויינעט)
- איזראעלי מיידל ערפילט איר לעבן'ס חלום זי ווערט אריינגענומען אין דאבלעיו.ען.בי.עי. פרויען קוישבאל ליגע. (נ.י. טיימס)
- אידישע פרוי איז די ערשטע דירעקטע קרבן פון די קאסאם ראקעטן וואס רעגענען טעגליך אויף שדרות, טויט נאכדעם וואס איר קאר ווערט באטראפן. (עי.פי.)
- הונדערטע אידישע און קריסטליכע פרויען זאמלן זיך איין אין ירושלים קאנווענשאן צו ארויסהייבן דעם סטאטוס פון פרויען ווי אין די תורה. (וויינעט)
- סאטמאר רבי ר' אהרן טייטלבוים באזוכט בעיסוואטער און די פייוו טאונס אידישע קהילה. - בילדער. (כל העולם כולו)
- אמעריקעס פרויען שווארצע טאלק שוי האוסט אפרע ווינפארי נעמט אן אינוויטאציע פון אלי וויזעל צו באזוכן ארץ ישראל. (וויינעט)
- ערשטן טאג שבועות
- צווייטן טאג שבועות
- טראץ נענסי פעלאוסיס צוזאג טוען די דעמאקראטען זיך ברעכן, און אפראווען יא איראק מלחמה געלט שטיצע אן א דעדליין ווען ארויסצונעמען פון דארטן די טרופען. (רויטערס)
- ירושלים: פאליציי ערלויבט געיז אפצוהאלטן זייער תועבה מארטש קומענדיגן חודש און פארזיכערט זיי שוץ פון די חרדישע פראטעסטען. (וויינעט)
- נאבעל פריז פיזיקער פראטעסטירט בריטאניעס אנטיסעמיטיזם מיט בויקאט. (זשעי. פאוסט)
- נהריה: פאפולערער און באקאנטער רב אונטער ארעסט נאכדעם וואס א ווייבל מיט צוויי קליינע מיידלעך באשולדיגן אים אין זיי סעקסואל באלעסטיקען. (הארץ)
- פלעטבוש: ישיבה אוניווערסיטעט בחור קלאגט אן די פאליציי פארן אים ארעסטירן אין ווייטאג פארן זיך ארום טראגן מיט מעדעצין פאר א בראך. (נ.י. פאוסט)
- זשעניווע: איינע פון די וועלטס גרעסטע שולן ארויף אין פלאמן שבועות אויף די נאכט. - בילדער. (בח"ח)
- אימאם אין עזה רופט צו הינריכטן כאמאסניקעס ווייל זיי האבן אידישע כאראקטעריסטיקס. (ערוץ 7)
- ניו יארק: עיטיאיסט פילאנטראפ געבט 22 מיליאן דאלער פאר קריסטליכע שולעס דערביי ארונטערייסענדיג די חינוך פון די פרייע פובליק שולעס. (נ.י. פאוסט)
- קענטאקי: רעליגיעזע עפענען נפלאות הבורא מוזיעם אין ווערד פון צענדליגע מיליאנען דאלערן אז די וועלט איז באשאפן געווארן לויט די תורה נישט מער פון 6 טויזענט יאר אלט. (ניו יארק טיימס)
- ברוקלין: פאפא מוסדות באקומען גרענד פון גויאישע ארגענעזאציע צו לערנען פריוואט מיט שוואכע תלמידום אין ווער פון הונדערטע טויזעטע דאלער. (זשעי.טי.עי.)
- רבנים אין רוסלאנד קעמפן אז אידן זאלן זיך לאזן באגראבן גאנצערהייט נאכן טויט און נישט זיך פארברענען אויף אש. (וואשינגטאן פאוסט)
- משפחה (מאגאזין) דרוקט אפ קאלום פון דעת תורה פון רב קעגן די מהדרין באס ליניע, אז נישט לאזן משפחות זיצן צוזאמן אויףן באס איז איבערגעטריבן וואס ברענגט אז זיי זאלן דוקא פארן מיט פריי גענצליך געמישטע אטאבאסן. (ען.אר.זשי.)
- פעדעפייל רב וואס ווערט געזוכט דורך אמעריקע נאכן אנטלויפן, געכאפט און ארעסטירט אין אינדיע. (אינטערנעשענל העראלד טריביון)
- ארץ ישראל: אטוירני זשענעראל מני מזוז צווינגט אידישע צדקה פאנד קרן קימת לישראל צו איינטיילן אייניג אירע באדענעס צווישן אידן און אראבער. (ווארל נעט דעילי)
- ראן לאודער אמטירט אנצופירן דעם וועלט אידישען קאנגרעס. (זשעי. פאוסט)
- דייטשלאנד: נייער טעלעוויזיע דאקומענטערי ווייזט אז דער לעגענדארער נאצי גענעראל ראמעל איז גארנישט געווען א מדבר פוקס נאר גאר א היטלער פאפעט, וואס זיינע אלע העלדישקייטן איז בלויז געווען א פראפעגאנדע מיטל צו העלפן פארשנעלערן די אידן פארטילוגונג. (די סקאטמסאמן)
- פראנקרייך: דער נייער פרעזידענט סארקויזי רופט צו פארשטרענגערן סאנקציעס קעגן איראן. (זשעי. פאוסט)
- שפאניע: גרויסער קליידונג און פעשאן קאמפאני אנטשולדיגט זיך פאר אידן איבער די וועלט איבער שעטנז וואס זיי האבן פראדצירט און פארשפרייט. (גארדיען)
- אמעריקע: 8 יאר טורמע אורטייל פאר ארבייטער פון קאוקע קאולע וואס האט ארויסגעגבן סודות פון די אינגרידיענטס פאר קאמפעטישען. (וויינעט)
מוסטער:Portal:Current events/2007 מײַ 26
- עדה החרדית: אין ליכט פון פאליצייס גרינע ליכט פאר די געיז אנצוגרייטן זייער שטאלץ פאראדע אין ירושלים, טוט דער גאב"ד פון עדה החרדית ירושלים הרב יצחק טוביה ווייס, ווארענען די זיכערהייט כוחות פון ארץ ישראל אז זיי זאלן אויפבויען נאך טורמעס אין ירושלים ווייל די חרדים וועלן נישט איינרוהען און זיך לאזן ארעסטירן מאסן ווייז צו פראטעסטירן די פובליק גרויסהאלטערישע פאראדע פון תועבה לויט אים. (ען.עף.סי.)
- ירושלים: שיסעריי צווישען אראבישע טאראריסטען מיט משמר הגבול, פארוואונדעט 2 משמר הגבולניקעס און דערהארגעט 3 אראבער. (זשעי. פאוסט)
- נחל החרדי צייכענט אפ איר 2,000'טער מיטגליד רעקרוט פון שוואכע ישיבה בחורים אין זייער איינהייט. (וויינעט)
- שדרות: נאך איינער טויט ווען קאסאם לענדט אויף זיין קאר. (וויינעט)
- ארגענטינע: נייער בוך דערציילט שמוציגע סוד פון די ארטיגער אידישער קהילהס היסטאריע איבער א פארבאנד פון פימפס וואס האבן אנגעפירט מיט פרויען זנות האנדל אין אידישן בית הקברות. (וויינעט)
- דאס ערשטע מאל דורכבראך אין וויסנשאפט פון העברעאישער אוניווערסיטעט וויסנשאפטלער וואס אבזערווירט מוח צעלן בשעת זיי אנטוויקלען זיך. (יורא אלערט)
- וויליאמסבורג: דאבעליו. ען. וויי. סי. ראדיא דעקט אויף אז אלע געלטער פון שטאטישע פראגראמען, מיליאנען דאלארען, עלאוקירט צו העלפן די אלטע ארויסגעטריבענע איינוואונער פון געגענט זיך דורך די ארטיסטען און לוקסוסדיגע רייכע ניי-קומער, זיי צו העלפן זיך באזעצן פון דאס ניי אין אנדערע הייזער. - נאך נישט פארטיילט קיין פעני דערפון. (גאטהעם גאזעט)
- יו.קעי. שפיאנאזש פאטאס פון היטלער פובליקירט. (עי. פי.)
- נח'ס תיבה פון 5,000 יקר המציאותדיגע חיות אפגעפינען שווימען פון זיך אליינס אן קיין מענטשן דערויף אין א ים נעבן כינע. (גארדיען)
- עסטאניע: נייער שול דערפענט צו אויפלעבן איר רייכע אידישע היסטאריע. (זשואיש עקפאונענט)
- טלי פארקאש: שקר החן, אבער בלויז ביז שידוכים, דאן ווערט די שיינקייט א טעמע אפילו ביי חרדים. (וויינעט)
- וויקיפעדיע: סטיווען קאלבערט האלט אפ אינטערוויאו מיטן וויקיפעדיע גרינדער און פרעזידענט פון וויקימעדיע פאונדאוציע, זשימי וועילס. - ליוו ווידיאו. (ניוז בלאגערס עי.או.על.)
- חב"ד נוצט אלע מאדערענע מיטלען אין זייער קאנטראוועריסיאלע קירוב ארבייט; פון איי.פאדס ביז ספאס. א באריכט פון וואשינגטאן אידישע אסימילאציע און וויאזוי בלויז חב"ד העלפט זיך קעגן שטעלן די כוואליעס וואס דראעט צו פארטיליקן די אידישקייט פון געגענט און ארום. (וואשינגטאן פאוסט)
- מיטגלידער אויף א היברו אינטערנעט פארום, רוטער, מאכן חוזק פון די אידישע וויקיפעדיע. (רוטר. נט).
- ירושלים: אין א לעצט מינוטיגער פאליטישער מאנובארע אפצושטעלן דעם בעפארשטייענדער תועבה מארטש טראגן די רעליגיעזע חברי הכנסת אריין א נייעם געזעץ אז די שטאטראט זאל האבן יוריסדיקציע צו בלאקירן די געיז פון דאס אפהאלטן; הרב אלישב שרייבט אונטער צוזאמן מיט הרב עובדיה יוסף אז מען מוז מוחה זיין; עדה החרדית וועט מאכן פראטעסט דוקא אין שבת כדי נישט מוזן רעדן און אויפקלערן די אינגווארג איבערן ערשיינונג און באגריף פון משכב זכר; פאשקעווילען באדעקן שוין ירושליםע ווענט. (וויינעט)
- מאסקווע: די געיז ווערן ברוטאל געשלאגן דורך די מאסן, און ווערן גאר ארעסטירט דורך די פאליציי, אויף די גאסן נאכדעם וואס זיי ברענגן אקטיוויסטען פון גאנץ אייראפע מוחה זיין אויף זייער באקריווענדינגקייט. (עי.פי.)
- ערשטע מאל זינט 1980 טאלקס צווישן אמעריקע מיט איראן איבער איראק. (עי.פי.)
- יאפאנעיזישער אגריקאלטור מיניסטער הענגט זיך צום טויט אפאר שעה איידער ער שטייט אויסגפארשט צו ווערן איבער פאליטישער סקאנדאל. (סי.ען.ען.)
- איראק: יו.עס. טרופען ראטעווען ארויס 41 ציווילער פארכאפט דורך אל קעידא. (עי.פי.)
- הרב חיים דרוקמאן הויפט פון מזרחי רבנים אטאקירט די חרדים מיטן ליטווישן צייטונג יתד נאמן פארן פסלן זיינע גרים און זיי אפסטעמפלן אלס גוים. (וויינעט)
- מאן אין נגב וועקט זיך אויף אינמיטן שלאף און דערזעהט לעמפערט ביי זיך אין שטוב, כאפט עס מיט די הענט. (וויינעט)
- באריכטן, בילדער און ווידיאו פון די 2 גרויסע רעבישע חתונות נעכטן אין ניו יארק, סאטמאר - ארונים אין וויליאמסבורג. באבוב - ר' בנציון האלבערשטאם ביים ביטש אין ברוקלין. (בח"ח)
- סטארעט סיטי: דער חרדישער ריעל עסטיעט מאגנאט, ר' דוד ביסטריצער, נעמט זיין קעיס צום ניו יארק דעילי ניוז אין פארעם פון א עדיטאריעל, קעגן די פאליטיקער וואס ווילן שטערן זיין אפקויף פון געגענט. (דעילי ניוז)
- שמיטה: רבנות הראשית מיט פסק וואס אסר'ט איינצוקויפן גרינצייג מיט פרוכט פון פאלעטינע פעלדער צוליב דעם וואס די געלט גייט צו שטיצען טעראר קעגן אידן. (וויינעט)
- קאנאדע: דער חרדישער מיליאנער ר' הערשי פרידמאן אינוועסטירט אין ארץ ישראל ריעל עסטעיט פירמע. (די מארקער)
- וויליאמסבורג: קאנסטרוקציע ארבעט אויפן וויליאמסבורג ברידזש וועלכע האט זיך געזאלט ענדיגן קומענדיגן מאנאט, נאך יארן פאראורזאכן שווערע טראפיק פון און קיין מאנהעטן, וועט פארגעזעצט ווערן מיט נאך 18 מאנאטן ביז סוף יאר 08' פאר די קאסטן פון 80 מיליאן דאלער. (ניו יארק קאנסטראקשען).
- חרדישע אינגערמאן פון מאנסי געווינט 250 טויזנט דאלער פון מעגא מיליאן לאטערי, (155 נאך שטייערן), געקויפט ביי Gas on the Hill, 165 Route 59. (ניו יארק לאטערי - וואס איז נייעס).
- קווינס סיטי קאנסולמאן פארלאנגט פון די קאסקא טשעין סטאר פירמע נעץ אנצוהויבן נעמען פוד סטעמפס, צו געבן א געלעגנהייט פאר שוואכע פארדינער צו געניסן פון ביליגע פרייזן פאר עסנווארג. (דעלי ניוס).
- ארץ ישראל: חיפה עירפארט וויל ווערן אינטערנאציאנאלער פליגערס טערמינאל סערוויס צענטער. (גלובס אונליין).
- יד לאחים באשולדיגט ארץ ישראל פאליציי אין מאכן א יד אחת מיט מיסיאנערן, און אוועקגעשיקט זייערע עקסנים אפילו ווען זיי האבן נישט געטון קעגן געזעץ, לויט זיי. (ערוץ 7).
- ווידעא אויף יו טיוב וועבזייטל ווי בריטאניע הויפט רב, הרב יונתן סאקס, טאנצט ווילד ביי א חתונה, ווערט אראפגענומען. יו טיוב האט פארגעזען דאס ווי די פאפולערסטע אידישע ווידיאו קליפ. (AKN. בחדרי חרדים).
- ארטסקראל פובלישינג לאזט זיך אריין אין פרישן פראיעקט], איבערטייטשן תלמוד ירושלמי אויף לשון הקודש. צווייטע באנד אויף מסכת שביעית איז שוין ערשינען - אין בעפארברייטונג צום תשס"ז שמיטה יאר. [2] (אידישע וועלט)
- א פראפיל אין אידיש אויף דעם עסקן און ירושלים'ער פאשקעווילן זאמעלער, ר' יואליש קרויס, אין אלגעמיינער זשורנאל, טראנסלירט פון מקור ראשון. (כל העולם כולו)
- יד לאחים די חסידישע ארגענעזאציע קעגן מיסיאן באשולדיגט זייער ליטווישער קאנקורענט, די קירוב רחוקים ארגאניזאציע לב לאחים אין העלפן מיסיאן דורך אננעמען די פעלאן גונג קולטס טענה קעגן כינע רעגירונג אז די איברים וואס זיי פארקויפן איז פון טויטע ארעסטאנטען. (ען.עפ.סי.)
- כשרות: התאחדות הרבנים אסר'ט אין א בריוו דערווייל צו נוצן לכתחלה בודק פארפרוירענע טרוסקאווקעס צוליב פעלער וואס מען האט געפונען דערין שרצים טראץ די שטארקע זהירות. עסן וואס זענען שוין געמאכט געווארן מעגן גענוצט ווערן. (צעטלעך אין בתי מדרשים). (דורך די אידישע וועלט)
- מייקראסאפט קאמפיוטער פירמע קלאגט אן גרויסע קאמפאני אין ארץ ישראל פארן פארשפרייטן אויטענטיציע לעבילס וואס מאכן אויסזען פראגרעמס ווי ארגינעל (אייס ניוס) דורך די אידישע וועלט.
- נייע סאפיסטיקירטע סיסטעם פון גוגל מאפע געצייג, וועלכע ערלויבט צו דרייען און ארומפארן די גאס ווי עס וואלט געווען אין רעאליטעט. (גוגל מעפס (פראקטישע נייעס און אינפארמאציע בלאג) (דורך די אידישע וועלט).