לדלג לתוכן

בחור

פֿון װיקיפּעדיע
בחורים פון פוילן

א בחור מיינט געװײנטלעך א מענטש א זכר נאך דער בר מצוה ביז צו דער חתונה. אנדערש ווי א יינגל אדער טאטע, איז דאס די פרייע יארן פון לעבן, ווען מען פארעמט זיך אויס אויף דער וועלט.

ביי אידן דרייט זיך ארום א באקאנט ווערטל, אז אויב וואלט די פראזע בחור ערשינען אין א לעקסיקאן, וואלט ער באצייכענט געווארן אלץ "מין חיה שדר בישיבה", א ווילד באשעפעניש וואס וואוינט אין א ישיבה. מאנכע לייגען צו אז בחור איז נוטריקון ח'יה ר'עה ו'דר ב'ישיבה, דער ערקלערונג פאר'ן ווערטל שטעקט אין דעם, אז א בחור ווערט געזען אלץ אן אומגעזעצטער מענטש וואס איז נאך נישט פולערהייט ערוואקסן, א שטייגער ווי מען רופט דאס אויף ענגליש א טינעידזשער, אבער אנדערש ווי ביי א גוי איז די הויפט סיבה פארוואס א בחור ווערט געזען אין אזא ליכט, צוליב דעם וואס דער בחור (בפרט אין די חסידישע ישיבות) איז שטארק באגרעניצט און איינגעצוימט צווישן די ווענט פון די ישיבה אפילו אויב דער קאפ איז אים נישט הונדערט פראצענט דערביי ביים לערנען, דאס איז גורם אז הונדערטער בחורים דרייען זיך ארום ווי א חיה אין געפענגעניש און קעען צוברענגן צו א ברויזנדע שטימונג און אומסטאבילקייט, כאטש געווענליך שטעלט זיך ארויס אז די פארדינסטן דערפון זענען מער ווי דעם שאדן.