קיגאלי
מראה
|
קיגאַלי איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון רוואנדע. קיגאלי איז דער פאליטישער, עקאנאמישער, קולטורעלער און טראנספארט צענטער פון רוואנדע. זיין באפעלקערונג איז געווען געשאצט צו א 860,000 אין 2007.
געאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די שטאט איז געבויט אויף פיר בארגקייטן אין דעם צענטער פון רוואנדע, צווישן 1433 און 1645 מעטער העכער דעם ים־שפיגל. כאטש די שטאט געפינט זיך נאנט צום עקוואטאר, אבער צוליב איר הייך שטייגט נישט דער טעמפעראטור איבער 25 גראד. עס רעגנט אין צוויי סעזאנען, פון אקטאבער ביז נאוועמבער און פון מערץ ביז מיי.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
קיגאלי