סדר מועד
מראה
סדר מועד האט אין זיך 12 מסכתות. מועד איז טייטש צייט, אלע מסכתות אין דעם סדר האבן צו טאן מיט זאכן וואס געשען אדער דארפן געטאן ווערן צו א באשטימטער צייט אין יאר/וואך/אדער חודש.
די מסכתות פונעם סדר
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער סדר איז צעטיילט אין 12 מסכתות::
- מסכת שבת - באהאנדלט דינים פון שבת;
- מסכת עירובין - באהאנדלט דינים פון עירובין, וואס איז נוגע טראגן שבת אדער ווי ווייט מען מעג גיין ארויס פון דער שטאט
- מסכת פסחים - באהאנדלט דינים פון פסח;
- מסכת שקלים - באהאנדלט דינים פון דעם מחצית השקל, וואס מ'פלעג שיקן אין בית המקדש יעדע יאר;
- מסכת יומא - באהאנדלט דינים פון יום הכיפורים;
- מסכת סוכה - באהאנדלט דינים פון סוכות;
- מסכת ביצה - באהאנדלט אלגעמיינע דינים פון יום טוב, די מסכתה ווערט אויך גערופן "מסכת יום טוב";
- מסכת ראש השנה - באהאנדלט עניינים פון ראש השנה, עיבור השנה;
- מסכת תענית - באהאנדלט עניינים פון תענית;
- מסכת מגילה - באהאנדלט דינים פון פורים;
- מסכת מועד קטן - באהאנדלט דינים פון חול המועד;
- מסכת חגיגה - באהאנדלט דינים פון דעם קרבן חגיגה.
גמרא
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין תלמוד בבלי - זענען דא אלע מסכתות פונעם סדר אחוץ מסכת שקלים
- אין תלמוד ירושלמי - זענען דא אלע מסכתות פונעם סדר
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מסכתות פון ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ||
מועד | ||
נשים | ||
נזיקין | ||
קדשים | ||
טהרות | ||
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי |