מעלאנכאליע
מעלאַנכאָליע איז איינער פון די כאראקטערן פון קלינישע דעפּרעסיע און דיסטימיע. פארהאן אזעלעכע וואס דעפינירן זי ווי אַ שטימונג אומסדר פון נישט-ספּעציפישער דעפּרעסיע, פאר זיך. דער דעפּרעסיע האלט אן פאר איבער צוויי יאר, און די פליסיגע פונקציאנירונג פון דעם מענטש ווערט ערנסט אַפעקטירט. [מקור פארלאנגט]
מעלאַנכאָליע ערשיינט ביי פאציענטן וואָס ליידן פון קלינישע דעפּרעסיע, אָבער נישט יעדער פּאַציענט וואָס ליידט פון קלינישע דעפּרעסיע וועט אַנטוויקלען מעלאַנכאָליע. אין די טאגטעגליכע שפּראַך, באנוצט מען זיך אפט מיט די וואָרט "מעלאַנכאָליע" ווי נאך א ווארט פֿאַר "אנגעזע��טקייט".
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאס ווארט מעלאַנכאָליע קומט ארגינעל פון גריכיש (μελας, melas "שוואַרצע", χολη, kholé "ביטערניש"). [=מרה שחורה]
מעלאַנכאָליע איז דעפינירט געווארן אלס קראנקהייט שוין אינעם 5טן יארהונדערט פ"צ אין די שריפטן פון היפאקראטעס, און איז געשילדערט געווארן אלס "אפעטיטלאז, פארצווייפלטניש, שלאפן פראבלעמען, נערוועזיטעט, אומרואיגקייט", אויך האט מען געזאגט אז "פארלענגערטע אבילות אדער פחד ברענגט מעלאנכאליע" .
אין דער רענעסאַנס און אין די ראָמאַנטישע עפאכעס, האָט מען פאררעכנט מעלאַנכאָליע אלס אַן איבערלעבעניש וואָס באַרײכערט די נשמה, און מען האָט געזען די קרענק ווי אַ געבענטשטע מתנה, און עס זענען אַפֿילו געווען אַזעלכע, וואָס האָבן צו זיך צוגעשריבן דעם קרענק כאטש וואס זיי האבן דאס נישט באמת געהאט.
צב״ש זשאזעף-לואי לאַגראַנזש האט געליטן פון מעלאַנכאָליע אטאקעס.
סימפּטאָמען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דערשלאגענע שטימונג, אויך אן א קלאָרער סיבה.
- אומעגליכקייט צו געניסן פון טאגטעגליכע אַקטיוויטעטן, ווי עסן, געזעלשאַפטליכע קאָנטאַקט און סעקס.
- מער טיפערע דעפּרעסיע אין דער פרימאָרגן שעות.
- זיך אויפוועקן כאטש צוויי שעה פריער, אין רעזולטאט פון די דעפּרעסיע.
- פּסיכאמאָטאָרישע דיסאָרדער וואס ווייזט זיך ארויס מיט'ן זיך זייער שטייט רוקן און רעאגירן, פעלט פנים אויסדרוקן און שוועריקייטן צו קאנצעטרירן.
- ענדערונגען אינעם אַפּעטיט, ווי זיך איבערעסן אָדער ווייניג אַפּעטיט.
- שולד געפילן
באהאנדלונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די באַהאַנדלונג איז אַנטי-דעפּרעסיע. די מעדיצינען געהערן צו די Selective Serotonin Reuptake Inhibitor (SSRI) גרופּע, א דראג פון די טריציקליע פאמיליע אָדער עלעקטראָנישע שאק'ס.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דיסטימיע
- קלינישע דעפּרעסיע
- טרויעריק
צו ליינען מער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- Sigmund Freud, טרויער און מעלאַנכאָליע, רעסלינג פּובלישינג, 2002
דרויסנדיגע לינקס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מנשה כהן, נאָך דער מעלאַנכאָליע, אויף דער העברעישער פּסיכאָלאָגיע וועבזייטל, דעם 30סטן אַפּריל 2010