לדלג לתוכן

טעפעך

פֿון װיקיפּעדיע
איינער פֿון די אַרדאַביל טעפּעכער

א טעפּעך, טעפּיך, דיוואַן אדער קילעם איז א פֿיערעקיגער טייל פֿון אַ געוועביקער טעקסטיל.

געוויינטלעך זענען טעפּעכער גענוצט צו בייַלייגן שיינהייט צו פּלעצער און צו אָפּשוואַכן די קלאַנגען פֿון שפּאַצירונג אויף דער פּאָדלאָגע. טעפּעכער זענען מער וואַרעמליך און ווייכלעך ווי האַרטע פּאָדלאָגעס אזוי ווי האָלץ, ברוקשטײנער אדער בעטאָן. טעפּעכער זענען געמאַכט אין פילע פארשידענע גרייסן. טעפּעכלעך און טעפּעכער האבן אָנגעהויבן אין מיטל אזיע, אבער מאַשין-פּראָדוקציע איז צוגעטראַכט געווען אין אייראפע. עס זענען דא צוויי פארשידענע סארטן: טראדיציאנעלע האַנט-געמאַכטע אַרטיקלען, און דער מאַשין-געוועביקער סארט.

א טעפּעכל איז קלענער ווי א טעפּעך, און ווערט אפט געלייגט אויף א טעפּעך און אפט דעקאָרירט. אין איסלאַם ווערט טעפּעכלעך גענוצט אלס תפֿילה ראָגעזשעס, אויף וועלכע מענטשן קניען ווען זיי מתפלל זיין.

א מאַשין-געוועביקער טעפּעך
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טעפּעכלעך און טעפּעכער