בשה יאר
מראה
א בשה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בשה הייבט אן מאנטיג (ב, דער צווייטער טאג פון דער וואך), איז "שלם" (ש) דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק (ה). א יאר פון סארט בשה איז א פשוט יאר (נישט קיין עיבור יאר) און איז לאנג 355 טעג, מיט 50 שבתים.
א בשה יאר פאסירט בערך אין 11.8% פון אלע יארן[1]. לעצטנס האט פאסירט א בשה יאר אין ה'תשנ"ו און ה'תשנ"ט, און וועט פאסירן נאכאמאל אין ה'תש"ף און ה'תשפ"ג.
ימים טובים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אין א בשה יאר געפאלט ראש חודש אום שבת צוויי מאל: ראש חודש טבת געפאלט שבת זונטיק און ראש חודש אייר געפאלט פרייטיק שבת.
- חנוכה געפאלט פון מאנטיק ביז מאנטיק, מען צינדט דאס ערשטע ליכטל זינטיק ביינאכט.
- ט"ו בשבט געפאלט מאנטיק.
- פורים געפאלט דינסטיק (אין ירושלים מיטוואך).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטיק.
- שבועות געפאלט פרייטיק (אויך שבת אין חוץ לארץ).
פאסט טעג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט דינסטיק, אסתר תענית געפאלט מאנטיק, תענית בכורות געפאלט מיטוואך, און שבעה עשר בתמוז מיט תשעה באב געפאלן ביידע דאנערשטיק.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות, יעקב מתלון, אתר שורש.