טאמעס סילווערסטין
טאמעס סילווערסטין (ענגליש: Thomas Silverstein; געבוירן: 4טן פעברואר 1952), איז א אמעריקאנער באשולדיגטער פארברעכער וועלכער ווערט שוין געהאלטן אין איזאלאציע זינט 1983, די לענגסטע צייט אין דער היסטאריע פון דעם פעדעראלן ביורא פון ארעסט הייזער.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן אין לאנג ביעטש, קאליפארניע. אלס קינד איז געטשעפעט געווארן צוליב זיין יודישן נאמען און זיין מאמע האט איהם געלערנט צוריקצושלאגן.
= ארעסט
ער איז ארעסטירט געווארן ביי די ניינצן פאר באוואפנטע רויבעריי, און וויבאלד ווען ער איז געווען אינדרויסן אויף פאראל האט ער זיך ווידער באטייליגט אין א רויבעריי האט מען איהם פאראורטיילט צו פופצן יאהר טורמע.
דארט אין תפיסה האט מען איהם באשולדיגט אין צוויי מארדן פון וואס איינס איז ער שפעטער ריינגעוואשן געווארן.
אום 22סטן אקטאבער 1983 האט טאמעס דערמארדעט א וועכטער וואס איז איהם דערגאנגען די יאהרן. אלס נקמה האט מען איהם זינט דאן פארשלאסן איינזאם אליין אהן גארנישט צו טוהן נאר קלאצן אויף די פיער ווענט. ער האט ניטאמאל קיין פענסטער פון וואו ארויסצוקוקן און אפילו די מאלן געצייג וואס ער האט פון אנהייב געהאט וואס האט איהם געהאלטן באשעפטיגט האט מען איהם אויך צוגענומען, די לעקטער ברענט פיער-און-צוואנציג שטונדן א טאג אלעס כדי צו לערנען א לעקציע פאר אנדערע ארעסטאנטן וואס עס געשעהט אויב טשעפעט מען מיט די זיכערהייט-וועכטער.
עס איז א ווינדער אז ער איז נאך ביים זינען נאך אזויפיהל יאהרן אפגעזונדערט פון סיי וואספארא לעבעדיגע זאך.
טאמעס טענה'ט אז ס'נישט ריכטיג זיין באהאנדלונג און אז ער איז נישט קיין מערדער. און דאס וואס ער האט געטוהן אין תפיסה איז צוליב וואס ער האט נישט געהאט קיין אנדערע אויסוואל ווייל אזוי איז אויסגעשטעהלט די געפענגעניש סיסטעם. און אנדערש וואלט מען איהם גע'הארג'עט.
מענטשן רעכט גרופעס אדוואקאטירן אויך קעגן זיין עקסטרעמע באהאנדלונג און אייסערן זיך אז עס איז נישט בארעכטיגט צו אזוי שטארק באשטראפן א מענטש.
טאמעס ווייזט אהן אז אין די איין וואך וואס ער איז געווען אינדרויסן פון זיין צעל צוליב ראיאטן אין די טורמע האט ער קיינעם נישט געשעהדיגט.
וועב לינקען
- אפיציעלע וועבזייטל http://www.tommysilverstein.bravehost.com/
- http://thomassilverstein.wordpress.com/
- א באריכט אויף בי בי סי איבער זיין פאל http://news.bbc.co.uk/2/hi/americas/1393970.stm
- א באריכט אויף קאווע שטיבל http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=239317#p239317
- אן (אומקלארע) אינטערוויו מיט איהם http://www.peteearley.com/thomas-silverstein/
- http://solitarywatch.com/2011/05/05/americas-most-isolatd-federal-prisoner-describes-10220-days-in-extreme-solitary-confinement/